הלכות חפץ חיים
הלכה 168 / 215

הלכות רכילות, כלל ה', סעיף א'

אַזוי ווי עס איז אסור מן התורה מקבל צו זיין לשון הרע, אַזוי איז אסור מקבל צו זיין רכילות. דהיינו אַז ער זאָל נישט גלייבן אין זיין האַרצן אַז עס איז אמת וואָס מען האָט אים דערציילט אַז דער און דער מענטש האָט אים אַזוי געטון, אָדער אַז דער און דער מענטש האָט אַזוי דערציילט אויף אים. און דער מקבל איז עובר אויף דעם לא תעשה "לא תשא שמע שוא" (דו זאָלסט נישט אָננעמען אַ פאַלשן געהער), חוץ די אַנדערע לאוין און עשין וואָס זענען אויסגערעכנט אין דער פתיחה.

און חז"ל זאָגן "שלשה לשון הרע הורגתן, האומרו, המקבלו, ומי שנאמר עליו" – דריי הרג'עט לשון הרע: דער וואָס זאָגט עס, דער וואָס נעמט עס אָן, און דער וועגן וועמען מען האָט עס געזאָגט. ווייל אויב דער וועגן וועמען מען האָט דערציילט וועט גלייבן דעם לשון הרע, זינדיגט ער אויך מיט קבלת לשון הרע. "והמקבלו יותר מן האומרו" – און דער וואָס נעמט עס אָן מער ווי דער וואָס זאָגט עס.

און נאָך זאָגן חז"ל אַז יעדער וואָס דערציילט לשון הרע און וואָס נעמט אָן לשון הרע איז ראוי מען זאָל אים וואַרפן צו די הינט, ווי עס שטייט "לא תשא שמע שוא", און נעבן דעם שטייט "לכלב תשליכון אותו" (צום הונט זאָלט איר עס וואַרפן).