הלכות רכילות, כלל ט', סעיף ז'
און דער זעלבער דין איז וואָס שייך צו אַנטפּלעקן פאַר אַ מענטש אַז אַן אַנדערער האָט אים געשעדיגט אָדער ביי אים גזל'ט, אָדער אַנדערע ענליכע רעה – איז עס נישט מותר ביז די אויבנדערמאָנטע פרטים וועלן מקוים ווערן. און אויך אַז ער האָט אים פריער מוסר געווען און ער האָט נישט אָנגענומען זיינע ווערטער.
אָבער אַנדערש איז אסור. און ווי שטאַרק מען דאַרף זיך היטן נישט צו פסק'נען פאַר זיך אַליין אַ היתר אין די ענינים, ביז ער וועט זיך גוט אַריינטראַכטן צי די אויבנדערמאָנטע פרטים זענען מקוים געוואָרן. ווייל אויב זיי זענען נישט מקוים געוואָרן, קען ער עובר זיין אויף אַ גאַנצן לאו פון
רכילות.