הלכות רכילות, כלל ט', סעיף ח' ט'
און וויס נאָך, אַז עס איז נישטאָ קיין חילוק אין אַלע דינים וואָס מיר האָבן געשריבן צי זיין חבר פרעגט און פאָדערט אַז ער זאָל אים דערציילן, אָדער ער דערציילט אים פון זיך אַליין. אַז אויב אַלע פרטים זענען דאָ, אַפילו ווען ער פאָדערט נישט און פאָרשט נישט נאָך, דאַרף ער אים דערציילן. און אויב די פרטים וועלן נישט מקוים ווערן, איז אסור צו דערציילן אַפילו ווען ער פאָדערט און פאָרשט נאָך אַז ער זאָל אים דערציילן.
און וויס נאָך, אַז מען דאַרף זיך היטן אין אַלע פרטים פון אויבן, אַפילו ווען ער וויל נאָר דערציילן די זאַך פאַר אַנדערע. ווייל דאָס איז אויך בכלל רכילות.