הלכות רכילות, כלל ט', הלכה י"ד
אויב מען האָט געטון ראובן אַ זאַך שלא כהוגן, אָבער ער ווייסט נישט ווער עס האָט געטון די זאַך, און ראובן קומט און פרעגט שמעון: "ווער האָט געטון די זאַך?" – הגם שמעון פאַרשטייט אַז ראובן חושד אים דערין, איז אים אסור צו זאָגן ווער עס האָט עס געטון, אַפילו ער האָט עס אַליין געזען. נאָר ער זאָל ענטפערן: "איך האָב נישט געטון די זאַך". (סיידן עס איז אַ זאַך וואָס אַפילו ווען ראובן וואָלט אים נישט געפרעגט, וואָלט ער געמוזט אים דערציילן פון זיך אַליין, למשל ווען אַלע פרטים וואָס ווערן אויסגערעכנט אין אָנהייב פון דעם סימן זענען מקוים געוואָרן).