ציורים, סעיף ג'
ג. און וויס נאָך, אַז מען דאַרף זיך זייער היטן פון אַ מענטש צו ראָטן צו מאַכן אַ שותפות מיט עמיצן, אויב ער ווייסט פון אַ שאָדן וואָס קען אַרויסקומען פון דער שותפות. למשל אויב דער שותף איז אַן אָרעמאַן, אָדער ער איז נישט קיין נאמנות'דיגער מענטש. און דאָס זעלבע איז ביי אַ שידוך, אָדער אַ בעל מלאכה, וואָס מען פרעגט זיך ביי אים נאָך אויף זיי. ווייל דער גאַנצער איסור פון רכילות איז צו גיין און יענעם (וועגן וועמען מען רעדט) שלעכטס טון. אָבער פאַרקערט, למשל צו טון שלעכטס פאַר ראובן און אים ראָטן צו מאַכן אַ שותפות מיט שמעון, אָדער זיך משדך צו זיין מיט אים, און ער ווייסט אַז ווען די זאַך וואָלט אים אַליין אָנגעגאַנגען וואָלט ער זיך געהאַלטן ווייט פון די מענטשן – איז אַ פולשטענדיגער איסור צו ראָטן זיין חבר אַזוי, ווייל דאָס איז בכלל "לפני עור לא תתן מכשל", וואָס חז"ל זאָגן: "שלא לתן לו עצה שאינה הוגנת" – מען זאָל אים נישט געבן אַן עצה וואָס איז נישט פאַסיג. און עס זענען דאָ מענטשן וואָס ווערן נכשל אין דעם ענין צוליב פערזענליכע נגיעות. און דאָס איז אַ חמור'דיגער עוון, ווייל די תאוה צו געלט ברענגט זיי צו עובר זיין אויף אַן איסור דאורייתא.