הלכות חפץ חיים
הלכה 208 / 215

ציורים, סעיף ד'

אויב ער זעט אַז איינער וויל זיך משדך זיין מיט פלוני, און עס איז באַוואוסט פאַר דעם וואָס זעט אַז דער חתן האָט גוואַלדיגע חסרונות, און דער מחותן ווייסט גאָרנישט דערפון, און ווען ער וואָלט געוואוסט וואָלט ער נישט מסכים געווען צום שידוך – דאַרף ער אים אַנטפּלעקן. אָבער ער זאָל וויסן אַז עס זענען דאָ דערין אַ סך פרטים, און מיר וועלן זיי ווייטער מבאר זיין. און אויף אַלע דאַרף ער אַכטונג געבן, איידער ער ערלויבט זיך די זאַך. אויך זאָל ער זיך נישט אָפּלערנען קיין קולא פון איין ענין אויף אַן אַנדערן. און איידער מיר הייבן אָן מבאר צו זיין דעם דין מיט אַלע זיינע פרטים, וועלן מיר מבאר זיין די מכשולים וואָס טרעפן זיך אָפט דערביי. און הגם עס איז נישט קיין טעם זיי צו ברענגען אין ספר, ווייל זיי זענען זייער פשוט, אָבער צוליב דעם גרויסן קלקול וואָס טרעפט זיך דערביי, וועלן מיר זיי מבאר זיין.