הלכות חפץ חיים
הלכה 206 / 215

ציורים, סעיף א' ב'

א. אויב ער זעט אַז ראובן וויל מאַכן אַ שותפות מיט שמעון אין געשעפט־ענינים, און ער קען נישט די נאַטור פון שמעון, און ער קען גוט שמעון אַז ער רעכנט זיך נישט מיט פרעמד געלט צוליב זיין שלעכטער נאַטור – זאָל ער וואָרענען ראובן אַז ער זאָל זיך נישט משתתף זיין מיט שמעון. און אויך דאָ זאָל ער זיך היטן אַז עס זאָלן זיך צוזאַמקומען אַלע פרטים פון הלכות רכילות.

ב. און אויב ער האָט זיך שוין משתתף געווען מיט אים, ווייל ער האָט אים נישט געקענט, איז עס תלוי: אויב ער ווייסט אַז זיינע ווערטער וועלן נישט אָנגענומען ווערן, נאָר בלויז אויף חושש צו זיין, אַז ער זאָל וויסן זיך צו היטן אין די חשבונות און אַכטונג געבן אויף יעדן ענין נישט צו קומען צו אַ היזק, דעמאָלט דאַרף ער אים אַנטפּלעקן, בתנאי אַז די פרטים וועלן מקוים ווערן. אָבער אויב ער זעט אַז זיינע ווערטער וועלן אָנגענומען ווערן ביים הערער, און דורך דעם וועט קומען אַ ממש'דיגער היזק פאַר שמעון, למשל אַז ראובן וועט בטל מאַכן די שותפות אָדער אַנדערע עניני היזק, איז אסור אים צו אַנטפּלעקן.