הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, יד
און אויב ער האט אים פארשעמט מיט רייד אזוי שטארק ביז זיין פנים האט זיך געטוישט, איז ער אויך עובר אויף דעם לאו פון "ולא תשא עליו חטא" – און זאלסט נישט טראגן אויף אים קיין זינד; וואס די תורה האט געווארנט נישט צו פארשעמען א איד אפילו ווען מען איז אים מוכיח צווישן זיך אליין; קל וחומר אז מען טאר נישט פארשעמען א איד ווען מען איז אים נישט מוכיח.
און דאס אלעס רעדט זיך נישט ברבים. אבער ווען עס איז געווען ברבים, האבן אים חז"ל שוין אפגעשניטן פון עולם הבא, און זיי האבן געזאגט: "כל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא" – ווער עס פארשעמט זיין חבר ברבים האט נישט קיין חלק אין עולם הבא.