הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, טו
און אויב עס רעדט זיך פון א יתום אדער אן אלמנה, אפילו ווען זיי זענען רייך, און ער דערציילט זייער גנות אין זייער פנים, איז ער עובר אויף נאך א לאו פון "כל אלמנה ויתום לא תענון" – קיין שום אלמנה און יתום זאלט איר נישט פייניגן; וואס די תורה האט מיט דעם געווארנט זיי נישט צו רייצן און נישט וויי צו טון זיי אויף קיין שום אופן. און זיין שטראף איז מפורש אין דער תורה (שמות כ"ב, כ"ג): "וחרה אפי והרגתי אתכם" וגו' – און מיין צארן וועט אנצינדן און איך וועל אייך הרג'ענען וכו'.