הלכות חפץ חיים
הלכה 23 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, טז

און א מאל איז ער אויך עובר אויף דעם איסור פון חנופה, וואס לויט דער דעה פון א סך גאונים איז דאס א לאו גמור, און דאס איז דער לאו (במדבר ל"ה, ל"ג) פון "ולא תחניפו את הארץ" – און איר זאלט נישט פארשוועכן דאס לאנד מיט חנופה. למשל, אויב ער האט אין זינען מיט זיין דערציילן חנפ'ענען דעם הערער, ווייל ער ווייסט אז יענער האט שוין פון פריער פיינט דעם וואס ער דערציילט אויף אים דעם לשון הרע, און דורך דעם וויל ער געפינען חן אין זיינע אויגן. ווארום חוץ דעם וואס ער איז נישט מקיים די מצוה פון תוכחה, אים מוכיח צו זיין פארוואס ער האט פיינט זיין חבר, שטארקט ער נאך מיט זיינע מעשיות די שנאה צווישן זיי.

און וויס נאך, אז בעוונותינו הרבים איז אויך שכיח אז איינער דערציילט לשון הרע, און דער הערער, הגם ער ווייסט אז דאס איז לשון הרע, שאקלט ער מיטן קאפ ווי ער וואלט מסכים געווען צו דעם לשון הרע, און ער לייגט צו ווערטער, כדי ער זאל האבן טובות הנאה פון דעם מספר, אדער מען זאל טראכטן אז ער איז א קלוגער מענטש. אבער דאס איז באמת דער לאו פון חנופה, ווייל ער חנפ'עט דעם מספר.

און אויף אזא ענין געהערט וואס עס שטייט (משלי כ"ג, ב') "ושמת שכין בלעך אם בעל נפש אתה" – און לייג א מעסער צו דיין גארגל, אויב דו ביסט א בעל תאוה; און א מענטש איז מחויב זיך מוסר נפש צו זיין אויף א סכנה, און נישט עובר זיין אויף אזא איסור. און אויף דעם געהערט דער מאמר חז"ל: "מוטב שיקרא אדם שוטה כל ימיו, ואל יהיה רשע שעה אחת לפני המקום" – בעסער א מענטש זאל גערופן ווערן א נאר אלע זיינע טעג, און נישט זיין א רשע איין שעה פאר דעם אייבערשטן.