ציורים, סעיף י'
און אַמאָל קען זיך מאַכן אַ פאַל וואו עס איז מותר צו אַנטפּלעקן. אויב ער ווייסט אַז די משודכת האָט אַן אינערליכע קרענק וואָס איז נישט באַוואוסט פאַר אַלעמען, און דער חתן ווייסט נישט דערפון. אָבער ער דאַרף זיך היטן אַז אַלע פרטים זאָלן מקוים ווערן.
און אויב ער ווייסט נישט די זאַך פון זיך אַליין, נאָר ער האָט עס געהערט פון אַנדערע, טאָר ער נישט אַנטפּלעקן, סיידן אין אַ פאַל וואו ער ווייסט אַז דער חתן וועט נישט מאַכן קיין דין פאַר זיך אַליין, נאָר ער וועט חושש זיין און גוט נאָכפאָרשן.