הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ז'
דאס אלעס וואס מען מעג דערציילן לשון הרע וואס איז דערציילט געווארן פאר דריי, איז נאר ווען דער וואס האט עס געזאגט האט עס דערציילט סתם. אבער ווען ער האט זיי געווארנט זיי זאלן עס נישט ווייטער אנטפלעקן, טאר מען נישט ווייטער דערציילן. און אפילו ווען ער זעט אז איינער אדער צוויי פון די הערער האבן יא ווייטער דערציילט טראץ דער ווארענונג, טאר ער דאך נישט דערציילן פאר אנדערע.