הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ח'
עס איז נישט קיין חילוק אין דעם לשון פון דער ווארענונג, צי ער האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט רעדן פון דעם ענין וואס ער האט דערציילט, אדער ער האט זיי געווארנט אז מען זאל נישט וויסן די מעשה פון זיי – אין אלע אופנים איז אסור צו דערציילן די גנות פאר אן אנדער מענטש; און כל שכן פאר דעם וואס מען האט אויף אים דערציילט די גנות.
און דער גאנצער היתר פון "באפי תלתא" איז דוקא ווען די הערער זענען געווען דריי; אבער ווען צוויי האבן דערציילט פאר צוויי, טאר מען נישט ווייטער דערציילן.