הלכות חפץ חיים
הלכה 59 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף י"ב

אויב איינער זאגט א דרשה אין בית המדרש, איז אסור על פי דין צו מאכן חוזק פון אים און צו זאגן אז אין זיינע דרשות איז נישטא קיין ממשות און אז עס איז נישטא וואס צו הערן. און בעוונותינו הרבים זענען דא א סך מענטשן וואס זענען פרוץ אין דעם ענין, און זיי האלטן נישט אז דאס חוזק מאכן איז בכלל קיין איסור. און על פי דין איז דאס לשון הרע גמור, ווייל ער ברענגט א היזק ממון צו זיין חבר, און אויך צער און בושה. ווארום אפילו ווען עס איז אמת – לשון הרע איז אסור אויך אויף אמת. און אויב עס ליגט אים באמת אין דעם דרשן, דארף ער אים געבן אן עצה צווישן זיך אליין, און אים אויפמערקזאם מאכן אויף זיינע טעותים; און מיט דער עצה איז ער אויך מקיים "ואהבת לרעך כמוך". און על כל פנים איז אסור צו מאכן פון אים א חוזק פאר מענטשן.