הלכות חפץ חיים
הלכה 60 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף י"ג

אויב איינער האט אנטפלעקט פאר זיין חבר, פאר דריי, פרטים אויף זיין געשעפט און האנדל און ענליך – זאכן וואס סתם טאר מען נישט אנטפלעקן פאר אן אנדער מענטש, טאמער וועט דערפון ארויסקומען א היזק אדער א צער פאר דעם וואס מען דערציילט אויף אים – אויב ער האט עס דערציילט פאר דריי, זעט מען אז דער מספר איז נישט חושש דערויף, און דעריבער מעג דער הערער לכתחילה עס דערציילן פאר אנדערע; כל זמן ער האט נישט ארויסגעוויזן זיין דעה אז ער איז מקפיד דערויף.