הלכות חפץ חיים
הלכה 61 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ג', סעיף א'

דער איסור פון לשון הרע איז אויך אויף אמת. סיי ווען ער דערציילט אויף אים בסתר, און ער האט מורא עס זאל זיך אנטפלעקן אז ער האט אויף אים דערציילט – וואס דעמאלט איז ער אויך עובר אויף "ארור מכה רעהו בסתר"; און סיי אפילו ווען ער שאצט אליין אפ אז ער וואלט דערציילט דעם לשון הרע אויך אין דעם פנים פון דעם וואס מען דערציילט אויף אים – איז אויך אסור, און עס ווערט גערעכנט פאר לשון הרע. און פון איין זייט איז א גרעסערער איסור אין זיין פנים, ווייל חוץ דעם איסור פון לשון הרע, טוט ער זיך אן אין דער מדה פון עזות און חוצפה; און עס קומט אויך א מאל צו הלבנת פנים.