הלכות לשון הרע, כלל ג', סעיף ב'
און דאס וואס מען געפינט א מאל א היתר אין די דברי חז"ל, אז מען מעג דערציילן ווען ער וואלט זיך נישט אפגעהאלטן פון דערציילן דעם לשון הרע אין זיין פנים – איז די כוונה ביי א זאך וואס מען קען פארשטיין אויף צוויי אופנים: איין אופן וואס אין אים איז נישטא קיין שום גנאי, און דער צווייטער אופן הערט זיך ווי א גנאי; און אלעס איז אפהענגיג ווי ער שטעלט אוועק די ווערטער ווען ער דערציילט. חז"ל האבן געזאגט, אז ווען ער דערציילט אזא זאך אין זיין פנים, איז א ראיה אז ער האט נישט אין זינען אים מגנה צו זיין, ווייל דער טבע פון א מענטש איז זיך צו שעמען צו פארשעמען זיין חבר אין זיין פנים. אבער נישט אין זיין פנים – הגם אפילו ווען עס וועט פארשטאנען ווערן צום גנאי וועט עס זיין נאר אבק לשון הרע – דאך איז אסור צו דערציילן.