הלכות חפץ חיים
הלכה 63 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ג', סעיף ג'

דער איסור פון לשון הרע איז אפילו ווען ער רעדט נישט פון שנאה, און ער האט נישט געהאט אין זינען אים מגנה צו זיין, נאר ער האט דערציילט פון שפאס, בדרך קלות ראש – אף על פי כן, ווייל עס זענען גנאי ווערטער, איז עס אסור מן התורה.