הלכות חפץ חיים
הלכה 64 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ג', סעיף ד'

דער איסור פון דערציילן לשון הרע איז אויך ווען ער דערמאנט נישט בשעת'ן דערציילן בפירוש אויף וועמען ער דערציילט, נאר ער דערציילט סתם, און פון דעם ענין פון דער מעשה פארשטייט דער הערער פון וועמען עס רעדט זיך – איז עס אין דעם כלל פון לשון הרע.

און מער פון דעם: אפילו ווען אין זיין מעשה איז בכלל נישט געווען קיין גנאי, נאר דורך זיינע ווערטער קומט ארויס א גנאי אדער א גנות פאר זיין חבר, און דער מספר האט דאס געמיינט מיט זיין כיטרעקייט – איז עס אויך אין דעם כלל פון לשון הרע; און דאס ווערט גערופן ביי חז"ל "לשון הרע בצנעא".