הלכות חפץ חיים
הלכה 66 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ג', סעיף ו'

און וויס, אז אפילו ווען עס איז דורך דעם דערציילן לשון הרע נישט געקומען קיין שום רעה צו יענעם מענטש – למשל, די הערער האבן נישט אנגענומען זיינע ווערטער – ווערט עס דאך גערעכנט פאר לשון הרע, און ער דארף א כפרה. און מער פון דעם: אפילו ווען ער שאצט פון אנהייב אפ אז עס וועט נישט קומען קיין רעה צו דעם וואס מען דערציילט אויף אים פון זיין דערציילן – טאר ער דאך נישט דערציילן זיין גנות.