הלכות חפץ חיים
הלכה 68 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ג', הלכה ח'

און אפילו אין א פאל וואו די כף חובה איז מער מכריע, וואס מצד הדין איז נישט אזוי א גרויסער איסור ווען ער וועט אים מכריע זיין לכף חובה – דאס איז נאר לענין דעם אז ער זאל ביי זיך אליין אננעמען אויף אים אז ער האט געטון שלא כדין; אבער מען טאר זיך נישט אייַלן צו גיין און אים פארשעמען ביי אנדערע.