הלכות חפץ חיים
הלכה 69 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף א'

עס איז אסור צו דערציילן אויף זיין חבר, אפילו נישט אין זיין פנים, א זאך וואס ער וועט דורך דעם פארשעמט ווערן. און אפילו ווען ער האט אים געזען זיך פירן שלא כדין אין א זאך וואס איז בין אדם למקום, איז אויך אסור אים מגנה צו זיין מיט דעם; הגם באמת האט זיך זיין חבר, וואס ער וויל אויף אים דערציילן, נישט געפירט ווי עס דארף צו זיין כלפי שמיא.