הלכות חפץ חיים
הלכה 70 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף ב'

און עס איז נישט קיין חילוק אין דעם צי עס איז א לאו גמור, אדער א מצות עשה גמורה וואס איז באקאנט ביי אלעמען פאר אן איסור, אז ער וועט זיכער שטארק פארשעמט ווערן פאר דעם הערער דורך זיין דערציילן; און אויך ווען עס איז א זאך וואס דער המון עם היט זיך נישט אין דעם, למשל ער וויל דערציילן אויף זיין חבר אז ער וויל נישט לערנען תורה – אף על פי כן איז אסור, ווייל באמת דערציילט ער אויף זיין חבר אז ער איז נישט מקיים די תורה ווי עס דארף צו זיין.