הלכות חפץ חיים
הלכה 71 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף ג'

דער דין פון דן זיין לכף זכות טיילט זיך אויף אין עטליכע פרטים. אויב ער איז א מענטש א בינוני, וואס זיין דרך איז זיך צו היטן פון חטא, נאר א מאל ווערט ער נכשל – אויב מען קען תולה זיין אז ער האט געטון די עבירה אן כוונה, אדער ער האט געמיינט אז דאס איז בלויז א חומרה – אין אזא פאל, אפילו ווען מען האט אים עטליכע מאל געזען עובר זיין אויף דעם איסור, טאר מען נישט דערציילן אויף אים, און מען טאר אים נישט פיינט האבן, און עס איז א מצוה אים דן צו זיין לכף זכות, לויט עטליכע פוסקים.