הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף ד'
אבער ווען עס רעדט זיך פון א שווערער עבירה, ווי עריות און עסן פארבאטענע זאכן, וואס יעדער איד ווייסט בוודאות אז זיי זענען אסור – דעמאלט איז עס אפהענגיג וועלכער מענטש ער איז.
אויב ער איז א מענטש א בינוני, וואס בדרך כלל ווערט ער נישט נכשל אין חטא, און נאר איין מאל איז ער נכשל געווארן בסתר – איז מען תולה אז מסתמא האט ער שוין תשובה געטון, און מען טאר נישט דערציילן; נאר מען דארף אים מוכיח זיין צווישן זיך אליין, כדי ער זאל מער נישט זינדיגן.
און אויב ער איז א תלמיד חכם – טאר מען אפילו נישט טראכטן אויף אים אז ער האט געטון שלעכטס, ווארום ער האט זיכער תשובה געטון, ווי חז"ל זאגן: "אם ראית תלמיד חכם שעבר עבירה בלילה, אל תהרהר אחריו ביום, שודאי עשה תשובה" – אויב דו האסט געזען א תלמיד חכם וואס האט עובר געווען אן עבירה ביי נאכט, זאלסטו נישט טראכטן אויף אים ביי טאג, ווארום ער האט זיכער תשובה געטון.