הלכות חפץ חיים
הלכה 93 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף ו'

במה דברים אמורים? אויב בשעת ער איז געזעסן צווישן זיי האָבן זיי נישט גערעדט קיין אסור'ע רייד, און אויך יעצט קען ער זיך נישט אַרויסדרייען פון זיי. אָבער אויב אין דער צייט ווען ער האָט געוואָלט זיצן מיט זיי האָבן זיי שוין גערעדט אסור'ע רייד, אָדער ער קען זיך אַרויסדרייען פון זיי און ער איז פויל – הייסט ער אַ פושע ווי זיי, ווייל ער איז עובר געווען אויף די ווערטער פון חז"ל וואָס האָבן באַפוילן זיך אָפּצוהאַלטן פון הערן זאַכן וואָס זענען נישט מהוגן. און כל שכן אויב ער האָט די כוונה צו הערן זייערע רייד – איז "גדול עונו מנשוא", זיין עון איז צו גרויס צו טראָגן; און פאַר דעם וועט ער אויבן אויסגעקריצט ווערן אין ספר הזכרונות מיטן נאָמען "אַ רשע און אַ בעל לשון הרע".