הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף ה'
וואָס מען האָט געזאָגט אַז אַפילו הערן לשון הרע איז אסור, מיינט מען צו גיין און הערן. אָבער אויב ער איז שוין געזעסן אין אַ חבורה מענטשן וואָס האָבן זיך צונויפגעקליבן צוליב עפּעס אַ ענין, און זיי הייבן אָן רעדן לשון הרע, און ער שאַצט אַז זיין תוכחה וועט נישט העלפן אַז זיי זאָלן אויפהערן רעדן – איז עס תלוי אין די פאָלגנדע פּרטים.
אויב ער קען אַוועקגיין פון זייער חבורה, אָדער פאַרשטאָפּן זיינע אויערן, טוט ער אַ גרויסע מצוה. אָבער אויב ער קען זיך נישט אַרויסדרייען פון זייער חבורה, און ער שאַצט ביי זיך אַז עס איז אים זייער שווער צו פאַרשטאָפּן זיינע אויערן, ווייל ער וויל נישט מען זאָל פון אים שפּעטן – זאָל ער על כל פנים זיך שלאָגן מיט זיך אַליין ער זאָל נישט נכשל ווערן אינעם עון פון קבלת לשון הרע. און דערצו דאַרף ער דריי פּרטים:
א. ער זאָל באַשליסן ביי זיך אַז ער גלייבט נישט קיין שום סיפור.
ב. ער זאָל נישט הנאה האָבן פון זייערע אסור'ע ווערטער.
ג. ער זאָל נישט ווייזן קיין שום באַוועגונג פון וועלכע עס זאָל זיין ניכר אַז ער איז מסכים צו די סיפורים; און אויב ער קען, זאָל ער מאַכן אַ בייז פּנים פון אומצופרידנקייט פון די סיפורים.