הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף ד'
און צומאָל איז אַ מצוה צו הערן וואָס איינער דערציילט ווערטער פון גנאי אויף זיין חבר. ווי למשל, ער ווייסט אַז אויב ער וועט הערן דעם סיפור, וועט ער קענען ווייזן פאַרן דערציילער אָדער פאַר די אַנדערע הערער אַז די מעשה איז נישט אַזוי ווי עס הערט זיך, אָדער ער וועט אויף אים לערנען אַ כף זכות.
און עס איז נאָך דאָ אַן אַנדער אופן ווען עס איז אַ מצוה צו הערן: ווי למשל, איינער קומט זיך באַקלאָגן אויף זיין חבר אין עפּעס אַ זאַך, און ער קען דעם דערציילער, אַז אויב ער וועט אים צוהערן וועט ער קענען אַראָפּנעמען זיין כעס אויף דעם וואָס מען דערציילט אויף אים, און דורך דעם וועט ער נישט דערציילן דעם סיפור ווייטער פאַר נאָך מענטשן – מעג ער הערן. און אין אַלע אופנים וואָס מיר האָבן מתיר געווען צו הערן, זאָל ער זיך זייער היטן נישט צו גלייבן, נאָר בלויז צו חושש זיין דערויף, כדי ער זאָל חס ושלום נישט געכאַפּט ווערן אין דער נעץ פונעם עון פון קבלת לשון הרע.