הלכות חפץ חיים
הלכה 94 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף ז'

אויב ער ווייסט אַז די זאַכן וואָס מען האָט אים דערציילט לשון הרע זענען אמת, אָבער מען קען זיי באַטראַכטן לכף חובה אַז עס איז אַ גנאי, און לכף זכות אַז די מעשה איז נישט געווען קיין גנאי, און דורכדעם וואָס דער דערציילער איז דן לכף חובה איז דער סיפור אַרויסגעקומען פאַר אַ גנאי – איז דער הערער וואָס איז אים נישט דן לכף זכות, עובר סיי אויף "בצדק תשפט עמיתך" (ויקרא י"ט, ט"ו) אויף דעם וואָס ער איז אים נישט דן לכף זכות, און סיי אויפן איסור פון קבלת לשון הרע, ווייל עס איז אַרויסגעקומען אַ גנאי נאָכדעם וואָס ער איז אים נישט דן לכף זכות.