הלכות חפץ חיים
הלכה 95 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף ח'

און דאָס אַלץ איז אויב דער סיפור איז געווען אויף אַ בינוני, וואָס צומאָל היט ער זיך פון דעם חטא און צומאָל ווערט ער נכשל דערין. און כל שכן אויב דער סיפור איז געווען אויף אַ ירא שמים, וואָס ביי אים געהערט זיך נאָך מער די מצוה פון "בצדק תשפט עמיתך"; אַז אויב ער איז אים נישט דן לכף זכות, נאָר ער איז אים דן לכף חובה און איז מסכים מיטן דערציילער צו זיין גנאי – איז ער זיכער עובר אויפן איסור פון קבלת לשון הרע.