ציורים, סעיף ח'
אָבער אויב ער דערקענט לויט דעם ענין אַז דער מחותן נאַרט אָפּ דעם חתן אין דעם ענין פון נדן אָדער קעסט, דאַרף ער זיך זייער גוט באַטראַכטן אין דער זאַך איידער ער דערציילט עס פאַר דעם חתן. ווייל דערצו דאַרף מען עטליכע פרטים:
א. אַז ער זאָל זיך גוט אַריינטראַכטן אַז ער נאַרט אים טאַקע אָפּ. אַז ער זאָל אַליין קענען זיין שלעכטע נאַטור אַז ער באַצאָלט נישט, אָדער זיין גרויסע אָרעמקייט, אָדער ער האָט אַליין פון אים געהערט אַז ער האָט נישט אין זינען מקיים צו זיין זיין צוזאָג.
ב. ער דאַרף וויסן בבירור, אַז ווען דער חתן וואָלט דאָס געוואוסט, וואָלט ער נישט מסכים געווען צום שידוך. ווייל אַ סך מאָל וויל דער חתן נאָר אַרויסקריגן פון דעם מחותן וואָס עס איז פאַראַן, אָבער דער עיקר שידוך איז נישט תלוי אין דעם. און אויף אַזאַ אופן איז זיכער נישט שייך דער היתר אים צו דערציילן. (סיידן זיינע ווערטער וועלן זיין אַ תועלת פאַר דעם חתן אַרויסצוקריגן ערבות פון דעם מחותן אויף זיינע התחייבות'ן).
ג. אַז פון דעם חתנס זייט זאָל נישט זיין קיין אָפּנאַרעריי. ווייל אויב דער חתן נאַרט אויך אָפּ, גייט דאָס אַרויס מיט יענעם, און עס איז פשוט אַז עס איז אסור אים צו אַנטפּלעקן.
און חוץ די פרטים, דאַרף מען די איבעריגע געוויינטלעכע פרטים. דערפאַר טאָר מען זיך נישט אייַלן צו אַנטפּלעקן, נאָר נאָכדעם וואָס ער האָט זיך גוט אַריינגעטראַכט אין דעם, אַז אַלע פרטים זענען מקוים געוואָרן.