הלכות חפץ חיים
הלכה 57 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ב', הלכה י'

און וויס נאך, אז דער גאנצער היתר פון א מעשה וואס איז דערציילט געווארן פאר דריי, איז דוקא פון דער זייט פון דעם מספר. אבער אויב פון דער זייט פון דעם הערער ווייסט ער אז דער הערער וועט אננעמען די מעשה פאר אמת, און מעגליך אז ער וועט צולייגן זאכן צום גנאי – פאר אזא מענטש טאר מען נישט דערציילן קיין שום רמז פון גנאי אויף זיין חבר אויף קיין שום אופן; און דער וואס דערציילט פאר אזא מענטש איז עובר אויף "לפני עור לא תתן מכשול". און דאס אלעס וואס מיר האבן געשריבן אז מען טאר נישט ווייטער דערציילן, טאר מען אויך נישט דערציילן אז מען הערט פשוט אזוי אויף א געוויסן מענטש, אפילו אן צו דערציילן אין נאמען פון דעם ערשטן מספר.

און לויט אלע פרטים וואס מיר האבן געזאגט, זעט מען וויפיל מען דארף זיך דערווייטערן פון דער דאזיגער קולא פון לשון הרע וואס איז דערציילט געווארן פאר דריי; ווארום עס איז כמעט נישטא קיין פאל אין דער מציאות וואו אלע פרטים זאלן זיך אויספולן.