הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף ח'
ווען אַ בית דין פּסק'נט פאַר אַ מענטש אַ דין וואָס איז בקום ועשה, סיי עס איז אַ זאַך בין אדם לחבירו און סיי בין אדם למקום, און ער וויל אויף קיין שום אופן נישט מקיים זיין דעם פּסק, מעג מען דערציילן זיין גנאי, און אַפילו אָנשרייבן זיין גנאי אין אַ ספר הזכרונות אויף דורות. און אויב ער האָט געענטפערט תירוצים פאַרוואָס ער טוט עס נישט מקיים זיין, איז דער דין אַזוי: אויב מיר זעען אַז די תירוצים זענען נישט אמת, נאָר כדי אָפּצושטופּן דעם בית דין, מעג מען דערציילן זיין גנאי; אָבער אויב עס איז אַ ספק, טאָר מען נישט דערציילן זיין גנאי.