הלכות חפץ חיים
הלכה 84 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף ה'

מען טאָר נישט דערציילן אויף אַ מענטש אַז ער איז נישט קיין בעל גבורה, ווי למשל צו דערציילן פאַר די שטאָטס־לייט אויף אַ מענטש אַז ער איז אַ שוואַכער מענטש. אויב דער וואָס מען דערציילט אויף אים קען דערפון באַשעדיגט ווערן, ווי למשל אויב ער איז אַ טאָג־אַרבעטער, אָדער אַ מלמד תינוקות, איז עס זיכער בכלל לשון הרע.

און מען טאָר נישט דערציילן אויף אַ מענטש אַז ער איז נישט באַמיטלט, אָדער אַז ער איז אָרים און וואָס ער האָט איז ער שולדיג פאַר אַנדערע. ווייל אויב עס וועט באַקאַנט ווערן וועט מען אים נישט געבן קיין קרעדיט, און ער וועט קומען צו היזק און צער, און ער ווערט ממש יורד לחייו דורך דעם סיפור לשון הרע.