הלכות חפץ חיים
הלכה 85 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף ו'

און ווייס נאָך אַ פשוט'ן כלל אין די דינים פון לשון הרע, אַז עס איז תלוי אויף וועמען מען דערציילט דעם לשון הרע. עס זענען דאָ זאַכן וואָס אויב מען דערציילט זיי אויף איין מענטש איז עס אַ שבח, און אויף אַן אַנדער מענטש איז עס אַ גנאי. ווי למשל אויב מען זאָגט אויף אַ מענטש וואָס האָט נישט קיין דאגות פרנסה, אַז ער לערנט דריי אָדער פיר שעה אַ טאָג – איז עס אַ גרויסער גנאי און בכלל לשון הרע. אָבער אויב מען דערציילט אויף אַ בעל הבית וואָס איז פאַרטאָן אין זיין פרנסה, אַז ער לערנט דריי פיר שעה אַ טאָג, איז עס אַ גרויסער שבח.

און אויך אין ענינים פון צדקה איז אַזוי: אַ נתינה וואָס איז חשוב פאַר אַ פשוט'ן מענטש, איז אַ גנאי פאַר אַן עשיר. און אויך אין ענינים בין אדם לחבירו: די הנהגה ווי אַ געוויינלעכער מענטש פירט זיך מיט זיינע אַרבעטער, איז אַנדערש ווי אַ חשוב'ער מענטש אין כלל ישראל פירט זיך מיט זיינע אַרבעטער און משרתים. דער כלל איז ווי די ווערטער פונעם רמב"ם: אַלע זאַכן וואָס ווען זיי וועלן באַקאַנט ווערן קענען זיי גורם זיין פאַר זיין חבר אַ שאָדן אין זיין גוף אָדער אין זיין ממון – איז דאָס לשון הרע.

און דער יצר הרע זאָל דיך נישט נאַרן צו זאָגן: "דעלך סני לחברך לא תעביד" – וואָס איז דיר פיינט זאָלסטו נישט טאָן צו דיין חבר – און מיר וואָלט דאָך נישט געשטערט ווען מען זאָל זאָגן אויף מיר אַז איך לערן דריי פיר שעה אַ טאָג? ווייל דאָס איז אַ טעות; ווייל די גמרא האָט געמיינט: ווען דו וואָלסט געווען אויף זיין מדריגה, וואָלט די זאַך דיר געווען פיינט, דעריבער זאָלסטו עס נישט טאָן צו דיין חבר.