הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף ז'
ווייס, אַז אַזוי ווי מען טאָר נישט אַרויסברענגען אַ דיבה אויף זיין חבר, אַזוי טאָר מען נישט אַרויסברענגען אַ דיבה אויף זיינע חפצים. און עס טרעפט זיך זייער אָפט בעוונותינו הרבים, אַז אַ קרעמער ברענגט אַרויס אַ דיבה אויף די סחורה פון אַן אַנדער קרעמער, און דאָס איז אַ לשון הרע גמורה מדאורייתא.