הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף ג' ד'
און קעגן דעם פיתוי פונעם יצר, וואָס איבערצייגט דעם מענטש אַז די זאַך איז נישט בכלל לשון הרע, זאָל דער מענטש אַזוי טראַכטן ביי זיך:
אויב דער מענטש וועט געוואויר ווערן אַז איינער האָט אויף אים פאַרשפּרייט אַז ער איז נישט קיין חכם, ווי שטאַרק וואָלט ער זיך באַקלאָגט און געבייזערט אויף אים פאַרוואָס ער האָט געפונען פאַר ריכטיג צו פאַרשפּרייטן אויף אים אַזוי; און ער וואָלט באַשלאָסן אין זיין האַרצן אַז דער דערציילער איז אַ רע לב און אַ בעל לשון הרע. אָבער ווען דער מענטש וויל דאָס טאָן צו זיין חבר, ווערט עס פּלוצלינג אין זיינע אויגן גאָרנישט גערעכנט פאַר קיין עון.
און באמת איז אין דעם ענין מער לשון הרע ווי אין אַנדערע ענינים. ווייל צומאָל דערציילט מען לשון הרע צוליב קנאת האמת, אָבער אַזאַ לשון הרע איז נאָר פון רוע לב. און אויך אַנדער לשון הרע ווערט נישט שטענדיג אָנגענומען, אָבער אַזאַ לשון הרע ווערט גיך אָנגענומען.
און דאָס אַלץ וואָס מיר האָבן געשריבן איז אַפילו אויב ער האָט נאָר געזאָגט אויף אים אַז ער איז נישט קיין חכם אין ענינים פון דער וועלט. און כל שכן אויב ער האָט דערציילט אויף אַ מענטש וואָס אין די אויגן פון די שטאָטס־לייט ווערט ער גערעכנט פאַר אַ חכם אין תורה, און ער האָט געזאָגט אויף אים אַז ער איז נישט אַזאַ גרויסער חכם, נאָר ער קען אַ ביסל תורה, און דורך דעם איז ער אַראָפּגעפאַלן פון זיין מדריגה – איז עס זיכער בכלל עון לשון הרע, הגם עס איז אמת; ווייל זיין כוונה איז נישט לתועלת, נאָר צו פאַרשוואַרצן זיין חבר אין די אויערן פון די הערער, און עס קען גורם זיין אַ שאָדן פאַר דעם וואָס מען האָט אויף אים דערציילט.
למשל צו זאָגן אויפן רב אין שטאָט אַז ער איז נישט קיין חכם אין תורה, נאָר ער קען אַ ביסל פּסקי הלכות וואָס מען דאַרף כדי צו זיין אַ רב – איז ער עובר אויף לשון הרע דאורייתא, ווייל ער פאַרמינערט אינגאַנצן זיין כבוד, און ער איז אויך יורד לפרנסתו, ווייל אפשר וועט מען אים אָפּזאָגן. און ער דערנידעריגט אויך דעם כבוד התורה און דעם קיום פון אירע מצוות, ווייל מען וועט נישט צוהערן צו די תוכחה פונעם רב.
אָדער צו זאָגן אויף אַ נייעם חתן אין שטאָט אַז ער איז נישט קיין חכם אין תורה, ווייל עס וועט אים גורם זיין היזק און צער ווען עס וועט באַקאַנט ווערן פאַר דער משפחה פון דער כלה.
און אויך צו זאָגן אויף אַ בעל מלאכה אַז ער איז נישט קיין גרויסער מומחה אין זיין פאַך, איז בגדר לשון הרע, אויב ער האָט די כוונה אים מגנה צו זיין. און אויב ער האָט די כוונה לתועלת, וועט עס דערקלערט ווערן אין כלל ט' פון הלכות רכילות.