הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף ב'
מען טאָר נישט מבזה זיין זיין חבר צוליב אַ חסרון אין די שלימות פון מעלות וואָס ער האָט – סיי אין חכמה, סיי אין עשירות, און אַלץ וואָס איז ענליך דערצו.
אין חכמה, למשל, צו דערציילן פאַר מענטשן ווי אַזוי פלוני איז נישט קיין חכם. און מען דאַרף נישט זאָגן ווען עס איז אַ שקר, וואָס זיכער איז עס אַ גרויסער עון, און עס הייסט מוציא שם רע; נאָר אַפילו אויב עס איז אמת, איז עס פונדעסטוועגן לשון הרע, ווייל לשון הרע איז אַפילו אויף אמת.
אויב ער האָט געזאָגט אַז ער איז נישט קיין חכם – אויב ער איז נאָך נישט חתונה געהאַט, שאַט ער אים אַז ער זאָל נישט געפינען קיין שידוך; און אויב ער איז אַ בעל עסק, וועט זיך נישט געפינען קיינער וואָס וועט וועלן אַריינגיין מיט אים שותף אין זיינע עסקים. און אויב ער איז אַ רב בישראל, אחוץ וואָס עס איז לשון הרע, איז ער אים אויך גורם אַ הפסד ממון, אַז מענטשן וועלן נישט גיין צו אים פאַר אַ דין תורה אָדער פאַר אַ פּשרה.
און עס קען אויך דערפון אַרויסקומען אַז ער וועט אַוועקגעשטעלט ווערן פון זיין שטעלע דורכן לשון הרע, און זיין בלוט און דאָס בלוט פון זיינע קינדער וועט זיין אָנגעהאָנגען אין דעם וואָס האָט דערציילט דעם לשון הרע, ווייל דורך זיין לשון הרע איז ער ממש יורד לחייו געווען. און ער הייסט אַ מבזה תלמיד חכם, וואָס חז"ל האָבן געזאָגט אַז "אין רפואה למכתו" – עס איז נישטאָ קיין רפואה פאַר זיין מכה. און דורך דעם וועט שטאַרק אָפּגעשוואַכט ווערן דער קיום התורה, ווייל אַפילו אויב דער רב וועט זיי וואָרענען אויף אַ מצוה, וועלן זיי אים נישט צוהערן, ווייל ער איז שוין באַקאַנט געוואָרן אין זייערע אויגן פאַר אַ מענטש וואָס איז נישט קיין חכם.