הלכות לשון הרע, כלל ה', סעיף א'
אַזוי ווי מען טאָר נישט מבזה זיין זיין חבר אין ענינים בין אדם למקום, אַזוי טאָר מען אים נישט מבזה זיין אין ענינים בין אדם לחבירו – און אַפילו אויב דער סיפור איז אמת.
אויב איינער זעט אַז אַ מענטש בעט ביי זיין חבר ער זאָל אים לייען געלט, אָדער ער זאָל אים טאָן אַנדערע טובות, און דער חבר איז נישט מסכים געווען – אויב ער גייט און מאַכט מגונה דעם וואָס איז נישט מסכים געווען צו טאָן אַ טובה פאַר זיין חבר, איז דאָס לשון הרע מעיקר הדין. און דאָס אַלץ אַפילו אויב ער זעט אַליין די מעשה, און ווייסט אַז דער מענטש האָט די מעגליכקייט צו טאָן די טובה פאַר זיין חבר, און נאָר צוליב זיין שלעכטע נאַטור איז ער נישט מסכים.
און אויב ער האָט פאַרהאַלטן די טובה פונעם דערציילער אַליין, איז ער אויך עובר אויף "לא תטור" (ויקרא י"ט, י"ח); און אויב ער האָט אין זיין דערציילן די כוונה זיך נוקם צו זיין אין אים, איז ער אויך עובר אויף "לא תקום".