הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף י"ד
אָבער מען דאַרף זיך היטן ביי דעם היתר, אַז עס זאָלן נישט פעלן קיינע פון די זיבן פרטים.
א. אַז ער זאָל די זאַך אַליין זען, און נישט דורך הערן פון אַנדערע.
ב. אַז ער זאָל נישט גלייך באַשליסן אַז דאָס וואָס זיין חבר טוט אים איז גזל, נאָר ער זאָל זיך גוט אַריינטראַכטן צי לויט דער תורה איז דער דין טאַקע מיט אים.
ג. אַז אויב ער שאַצט אָפּ אַז ער אַליין זיך אַרומרעדן מיט אים וועט העלפן, מוז ער קודם רעדן מיט אים איידער ער מאַכט עס באַקאַנט פאַר מענטשן.
ד. אַז ער זאָל נישט איבערטרייבן אַפילו אַ ביסל ביים דערציילן די זאַך.
ה. אַז ער זאָל מכוון זיין צו אַ תועלת, און נישט צוליב זיין שנאה צו דעם וואָס שעדיגט אים.
ו. אויב עס איז דאָ אַן אַנדער עצה אויפצוטון די תועלת אַז ער זאָל אויפהערן אים צו שעדיגן, איז ער מחויב צו טון די אַנדערע עצה און נישט דערציילן. און אויך אויב ער קען דערציילן די מעשה מיט ווייניגער גנאי, איז ער מחויב צו פאַרמינערן דעם גנאי פון זיין חבר ווי ווייט מעגליך.
ז. אַז ער זאָל נישט אָנמאַכן פאַר זיין חבר מער שאָדן ווי עס וואָלט אים געקומען ווען מען וואָלט עדות געזאָגט אויף אים אין בית דין.