הלכות חפץ חיים
הלכה 210 / 215

ציורים, סעיף ו'

ו. און יעצט וועלן מיר זיך אומקערן מבאר צו זיין דאָס וואָס מיר האָבן מתיר געווען אין אָנהייב פון סעיף ד'. אויב דער חתן האָט גוואַלדיגע חסרונות, איז דאָ אַ חילוק צווישן די חסרונות. אויב דער חסרון איז פון דער זייט פון אַ קרענק פון גוף, און דער מחותן ווייסט נישט דערפון ווייל עס איז אַן אינערליכע קרענק וואָס מען זעט נישט פון דרויסן, איז פשוט אַז עס איז נישטאָ קיין איסור רכילות עס צו אַנטפּלעקן (אויב אַלע פרטים וועלן מקוים ווערן).

און עס איז דאָ נאָך אַן אופן וואָס ער דאַרף אים אַנטפּלעקן. אויב מען הערט אויף דעם חתן אַז ער האָט אין זיך אפיקורסות חס ושלום, דאַרף ער אים אַנטפּלעקן, און אויף דעם זענען געזאָגט געוואָרן די סמוכים "לא תלך רכיל בעמך", "לא תעמד על דם רעך".

אָבער אויב דער חסרון איז פון דער זייט פון ווייניג חכמת התורה וואָס ער האָט, דאַרף מען אים נישט אַנטפּלעקן. ווייל ער האָט זיך אַליין געשעדיגט, ווייל ער האָט געדאַרפט אים אַוועקפירן צו בעלי תורה וואָס זאָלן אויספּרובירן דעם כח פון זיין חכמה אין תורה. און פון דעם וואָס ער האָט אַזוי נישט געטון, איז ער מסכים געווען צום חתן ווי ער איז.