הלכות חפץ חיים
הלכה 106 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף ז'

יעצט וועלן מיר אָנהייבן דערקלערן דעם דין פון קבלת לשון הרע פון אַ מענטש וואָס איז נאמן ווי צוויי עדים, אָדער פון אַ מסיח לפי תומו, אָדער ווען עס זענען דאָ "דברים הניכרים" אַז דער סיפור איז אמת.

דער איסור פון קבלת לשון הרע איז אַפילו אויב ער האָט עס געהערט פון אַ מענטש וואָס איז ביי אים נאמן ווי צוויי עדים. און וואָס מיר האָבן געשריבן אין כלל ד' סעיף ה', אַז מען מעג עס בהצנע אויסזאָגן פאַר זיין רבי'ן און פאַר זיין איש סוד אויב ער גלייבט אים ווי צוויי עדים – דאָרט רעדט מען פון אַ זאַך וואָס אויב ער האָט נישט תשובה געטאָן מעג מען דערציילן זיין גנאי, ווי למשל ער האָט במזיד עובר געווען אויף אַן עון וואָס איז באַקאַנט אין כלל ישראל, און עס איז שוין נישטאָ וואָס אים דן צו זיין לכף זכות. אָבער דאָ רעדט מען פון אַ זאַך וואָס מען קען דן זיין לכף זכות, ווי למשל ער האָט נישט געוואוסט דעם איסור פון דער עבירה, אָדער אפשר האָט ער געזינדיגט בשוגג; און אין אַזאַ פאַל געהערט זיך נישט "נאמן ווי צוויי עדים" ביי דעם וואָס האָט אים דערציילט, ווייל אַפילו אויב עס איז ריכטיג, האָט די תורה מחייב געווען דן צו זיין לכף זכות.