הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף י'
און הגם מען טאָר נישט דערציילן זיין גנאי, אָבער מען מעג דערציילן פאַר זיין זון אָדער פאַר זיינע תלמידים און זיי וואָרענען זיך נישט מחבר צו זיין מיט אים, כדי זיי זאָלן נישט אָפּלערנען פון זיינע מעשים. ווייל וואָס די תורה האָט געוואָרנט פון לשון הרע, איז ווען זיין כוונה איז צו מבזה זיין זיין חבר און זיך צו פרייען מיט זיין שאַנד; אָבער אויב זיין כוונה איז צו היטן זיין חבר ער זאָל נישט אָפּלערנען פון זיינע מעשים, איז פשוט אַז מען מעג דערציילן. אָבער עס איז וויכטיג אַז ער זאָל דערקלערן דעם טעם פאַר דעם וואָס ער דערציילט, אַז ער דערציילט אים כדי אים צו וואָרענען, כדי דער הערער זאָל זיך נישט טועה זיין צו מתיר זיין צו רעדן לשון הרע, און אויך כדי ער זאָל זיך נישט וואונדערן אויפן דערציילער אַז ער סותר זיך אַליין.