הלכות לשון הרע, כלל ד', סעיף י"א
ווייס נאָך אַ וויכטיגן כלל אין די ענינים. אויב אַ מענטש וויל אַריינלאָזן זיין חבר אין זיינע עסקים, ווי למשל צו טאָן מיט אים אַ שידוך, אָדער אים צו דינגען פאַר זיין אַרבעט – מעג ער זיך נאָכפרעגן אויף אים, אַפילו אויב ער האָט נישט געהערט אויף אים קיין שום שלעכטס. אַפילו הגם עס קען זיין אַז מען וועט אים דערציילן זיין גנאי, מעג ער זיך נאָכפרעגן, ווייל זיין כוונה איז נאָר פאַר זיין אייגענער טובה, כדי ער זאָל שפּעטער נישט קומען צו אַ היזק, צו מחלוקת און צו חילול השם. אָבער ער דאַרף מודיע זיין פאַר דעם וואָס ער פרעגט ביי אים, אַז ער פרעגט זיך נאָך צוליב אַ תועלת, כדי אים נישט מכשיל צו זיין אין לשון הרע; אַזוי אַז אַפילו אויב דער חבר וועט דערציילן זיין גנאי, וועט עס זיין לתועלת און נישט לשון הרע. אָבער מען דאַרף זיך זייער היטן, אַז ווען מען דערציילט לתועלת זאָל מען נישט גוזמא'ן אינעם ענין פונעם גנאי. אויב ער וועט אים נישט מודיע זיין אַז ער פרעגט זיך נאָך לתועלת, איז פשוט אַז ער איז עובר אויף "לפני עור לא תתן מכשול" (ויקרא י"ט, י"ד), ווייל עס וועט אַרויסקומען אַז דער דערציילער דערציילט גנאי לשם לשון הרע – הגם דער סיפור אַליין איז געווען לתועלת.