הלכות רכילות, כלל ט', הלכה יב
א. אַז ער זאָל נישט מאַכן די מעשה אָדער די עוולה גרעסער ווי זיי זענען.
ב. אַז זיין כוונה זאָל זיין צו העלפן דעם קונה, און נישט זיך צו פרייען מיט דעם קלון פון דעם מוכר. אַפילו ווען ער ווייסט כמעט בבירור אַז דער מוכר האָט אָפּגענאַרט דעם קונה. און אין דעם פרט איז נאָך אַ ענין אַריינגערעכנט, אַז ער זאָל ביי זיך אָפּשאַצן אַז עס וועט אַרויסקומען אַ תועלת פון דעם וואָס ער דערציילט. אָבער אויב ער איז אַ מענטש וואָס זיין שטייגער איז נישט צו פאָדערן און זיך צו אַמפּערן, און עס וועט אים נאָר וויי טון אין האַרצן צו הערן אַז מען האָט אים אָפּגענאַרט, און עס וועט אים אַריינברענגען שנאה אויף דעם מוכר, דאַרף מען אים נישט דערציילן דעם אמת. און אין אַ פאַל וואו דער קונה קען נישט צוריקטרעטן פון דעם מקח, איז אַ מצוה צו לויבן דעם געקויפטן חפץ פאַר אים, און עס איז נישטאָ דערין קיין חשש פון "מדבר שקר תרחק" (פון אַ פאַלשער זאַך זאָלסטו זיך האַלטן ווייט).
ג. אויב ער שאַצט אָפּ אַז ער קען מוסר זיין דעם מוכר אַז ער זאָל צוריקגעבן דעם קונה די אונאה, זאָל ער אים מוסר זיין אַנשטאָט צו דערציילן פאַר דעם קונה.
ד. אויב ער קען אויפטון די תועלת מיט אַן אַנדער עצה אַנשטאָט צו דערציילן פאַר דעם קונה, זאָל ער נישט דערציילן.
ה. אַז דער מענטש וועמען ער דערציילט זאָל נישט זיין קיין הולך רכיל. ווייל אויב ער איז פון נאַטור אַ הולך רכיל, מאַכט ער אים נכשל ווערן אַז ער זאָל דערציילן פאַר דעם מוכר אַז דער און דער מענטש האָט געזאָגט אַז די סחורה איז שלעכט אָדער איז נישט ווערט דאָס געלט פון דעם מקח, און עס קומט אויס אַז ער מאַכט אים נכשל ווערן אין דעם איסור רכילות. אָבער אַלס איינס זעט אויס, אַז אויב ער וועט אים וואָרענען אַז ער זאָל נישט אַנטפּלעקן זיין נאָמען און ער וועט זיך צו אים צוהערן, זאָל ער אַזוי טון.