הלכות חפץ חיים
הלכה 201 / 215

הלכות רכילות, כלל ט', הלכה יא

און דאָס אַלץ איז ווען ער וויל אים וואָרענען אַז ער זאָל נישט קומען לידי אונאה. אָבער אויב ער האָט שוין געקויפט סחורה פון איינעם, און ער ווייסט אַז ער האָט אים אָפּגענאַרט, אָדער אין דעם ווערט פון דעם מקח אָדער אין אַנדערע חסרונות – איז עס תלוי.

אויב לויט דין תורה האָט דער קונה נישט קיין טענה אויף דעם מוכר, צי ווייל די אונאה איז געווען ווייניגער ווי אַ זעקסטל, אָדער ווייל עס איז שוין אַריבער די צייט וואָס מען קען עס ווייזן פאַר אַ סוחר אָדער פאַר אַ קרוב (וואָס נאָך יענער צייט קען מען נישט צוריקגעבן דעם מקח), אָדער אַן אַנדער סיבה וואָס צוליב איר וועט דער קונה פאַרלירן – איז זיכער דער וואָס גייט און דערציילט פאַר דעם קונה ווי פלוני האָט אים אָפּגענאַרט, עובר אויף דעם איסור רכילות. ווייל וויבאַלד לויט דין תורה האָט דער קונה נישט קיין טענה אויף דעם מוכר, ווערן זיינע ווערטער גערעכנט ווי רכילות בעלמא.

און אַפילו אויב דער וואָס איז אָפּגענאַרט געוואָרן (דער קונה) פרעגט אים, זאָל ער אים נישט זאָגן דעם אמת. און כל שכן אויב ער זעט אַז דורך זיין רעדן קען דער מוכר קומען צו אַ היזק, למשל אַז ער וועט אים נישט באַצאָלן דאָס איבעריגע וואָס ער איז אים שולדיג, אָדער ער וועט ביי אים כאַפּן – זאָל ער נישט דערציילן. און אויב ער האָט דערציילט, איז עס אַ גרויסער עוון פאַר דעם וואָס ברענגט דערצו.

אָבער אויב ער זעט אַז לויט דין תורה וועט דער דין זיין מיט דעם קונה, און ווען דער קונה וואָלט געוואוסט וואָלט ער נישט מוותר געווען, דאַרף ער אים זאָגן דעם אמת כדי ער זאָל אַרויסקריגן פון דעם מוכר זיין אונאה. נאָר ער זאָל זיך היטן אין די פאָלגנדע אופנים.