חפץ חיים – הקדמה (3)
און עס זעט אויס פשוט, אז דער טעם פארוואס די תורה איז אזוי מחמיר אין דעם עוון, איז ווייל דורך דעם וועקט מען אויף דעם גרויסן מקטרג אויף כלל ישראל, און דורך דעם הרג'עט ער עטליכע מענטשן אין עטליכע מדינות.
און אזוי זאגט דער זוהר אין פרשת פקודי (אין טייטש): עס איז דא איין רוח וואס שטייט איבער די בעלי לשון הרע; ווארום ווען מענטשן וועקן זיך אויף מיט לשון הרע, דעמאלט וועקט זיך אויף יענער שלעכטער רוח אויבן, וואס דא ווערט ער גערופן "סכסוכא", און ער רוט אויף דער התעוררות פון לשון הרע וואס מענטשן האבן גערעדט; און ער גייט ארויף אויבן, און ער ברענגט דורך יענער התעוררות פון לשון הרע טויט און חורבן אויף דער וועלט.
וויי צו די וואס וועקן אויף די דאזיגע שלעכטע זייט, און זיי היטן נישט זייער מויל און זייער צונג; וואס זיי ווייסן נישט אז אין דער התעוררות פון אונטן איז אפהענגיג די התעוררות פון אויבן, סיי צום גוטן און סיי צום שלעכטן. און זיי אלע זענען דוברי רכיל אויף דער וועלט, אויפצוועקן די דאזיגע גרויסע נחש צו רעדן רכילות אויף דער וועלט; און אלעס צוליב דער התעוררות פון לשון הרע, ווען זיין התעוררות געפינט זיך אונטן.
און מיר קענען זאגן אז דאס איז די כוונה פון דער גמרא אין ערכין: "כל המספר לשון הרע מגדיל עונות עד לשמים, שנאמר: שתו בשמים פיהם ולשונם תהלך בארץ" – ווער עס רעדט לשון הרע, מאכט גרעסער זיינע עוונות ביז צום הימל, ווי עס שטייט: זיי האבן געשטעלט זייער מויל אין הימל, און זייער צונג גייט אויף דער ערד. דער פירוש איז: הגם זיין צונג גייט אויף דער ערד, אבער זיין מויל האט ער געשטעלט אין הימל. און אזוי ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו, אז דער לשון הרע וואס ער רעדט גייט ארויף ביז צום כסא הכבוד. און פון דעם קענען מיר וויסן די גרייס פון דעם חורבן וואס די בעלי לשון הרע ברענגען אויף כלל ישראל.
און נאך א גרויסער פגם איז דא אין לשון הרע: אז דורך דעם לאזט ער נישט די הייליגע ווערטער וואס ער רעדט ארויפגיין אויבן.
און אזוי זאגט דער זוהר הקדוש אין פרשת פקודי (אין טייטש): און אין דעם שלעכטן רוח זענען אפהענגיג עטליכע אנדערע מעוררי דין, וואס זענען ממונה אנצוכאפן א שלעכט ווארט אדער א פארשמוצט ווארט וואס דער מענטש לאזט ארויס פון זיין מויל, און דערנאך לאזט ער ארויס פון זיין מויל הייליגע ווערטער. וויי צו זיי, וויי צו זייער לעבן! די דאזיגע מענטשן מאכן אז די אנדערע מעוררי דין זאלן געוועלטיגן און פארדארבן דעם הייליגן ארט. וויי צו זיי אויף דער וועלט, וויי צו זיי אויף יענער וועלט! ווארום די דאזיגע רוחות הטומאה נעמען דאס טמא'נע ווארט וואס זיין מויל האט גערעדט, און ווען דער מענטש לאזט דערנאך ארויס פון זיין מויל א ווארט פון קדושה, כאפן זיך פריער אן די רוחות הטומאה, און נעמען יענעם טמא'נעם ווארט און מאכן טמא יענעם ווארט פון קדושה; און דער מענטש איז נישט זוכה צו יענעם ווארט פון קדושה, און כביכול ווערט דער כח פון קדושה אפגעשוואכט. עד כאן לשון הזוהר.
און ווען מיר וועלן זיך פארטיפן אין דעם ענין, וועלן מיר געפינען נאך מער: אז ער פארגרעסערט דעם קלקול אין אלע עולמות, און ער פארפינצטערט און פארמינערט זייער ליכט; ווייל ביי א סך מענטשן איז דאס א געוואוינהייט, אז זיי עוברן אויף דעם לאו הונדערטער און טויזנטער מאל במשך זייער לעבן. ווארום אפילו א קליינער עוון, ווען מען טוט אים א סך מאל, ווערט ער צום סוף ווי א דיקער שטריק פון א וואגן, אזוי ווי ישעיה האט געשריגן (ה', י"ח) "הוי משכי העון בחבלי השוא וכעבות העגלה חטאה" – וויי צו די וואס שלעפן דעם עוון מיט שטריקלעך פון הבל, און ווי מיט א שטריק פון א וואגן די זינד. און דער משל איז פון א פאדעם פון זייד: ווען מען לייגט אים צונויף הונדערטער מאל [ווערט ער א שטארקער שטריק]. און וויפיל מער ביי דעם חטא, וואס איז פון זיך אליין גאר שטארק חמור, און מען איז צוגעוואוינט אויף אים צו עובר זיין הונדערטער מאל – אז זיכער איז דער קלקול אויבן אן א שיעור.