חפץ חיים – הקדמה (4)
און איך האב געטראכט צו וויסן, פארוואס דער לאו איז געווארן הפקר ביי אזוי פיל מענטשן.
און איך האב באטראכט אז דאס איז צוליב עטליכע סיבות: פאר די המון עם פון איין זייט, און פאר די לומדים פון דער אנדערער זייט.
די המון עם ווייסן נישט אז דער איסור פון לשון הרע איז אויך אויף אמת. און ביי די בעלי תורה, הגם זיי ווייסן אז לשון הרע איז אויך אויף אמת, זענען דא צווישן זיי וואס דער יצר הרע פארפירט זיי: איינמאל, אז דער וואס מען רעדט אויף אים דעם לשון הרע ווערט גערעכנט פאר א חנף, וואס מען מעג רעדן אויף אים לשון הרע, ווייל עס איז א מצוה צו פארעפנטלעכן די חנפים און די רשעים.
און א מאל זאגט ער אים: פלוני איז דאך א בעל מחלוקת, און מען מעג רעדן לשון הרע אויף אים.
און א מאל פארפירט ער אים מיט דעם היתר פון "אפי תלתא" (פאר דריי מענטשן).
און א מאל מיט דעם היתר פון "אפי מרא" (אין דעם בעל דבר'ס פנים), אז ער איז ביי זיך מסכים, בשעת ער דערציילט, אז ער וואלט אים דאס געזאגט אין פנים. און דער יצר הרע אנטפלעקט אים אלע מאמרים וואס געהערן צו די דאזיגע היתרים.
און א מאל איבערצייגט ער אים אז דאס וואס ער דערציילט איז פון זיך אליין נישט קיין לשון הרע, למשל אז ער דערציילט אז יענער איז נישט קיין קלוגער.
דער כלל פון דער זאך: אדער ער פארפירט אים אז אזא זאך איז נישט אין דעם כלל פון איסור לשון הרע, אדער אז אויף אזא מענטש האט די תורה נישט פארבאטן צו רעדן לשון הרע.
און אויב דער יצר הרע זעט אז מיט אזעלכע ענינים וועט ער נישט געווינען, נארט ער אים אפ פארקערט: ער ווייזט אים אז יעדע זאך איז אריין אין דעם כלל פון לשון הרע, און אויב אזוי איז אוממעגליך צו לעבן אויף דער וועלט אן זיך אפצושיידן פון אלע ענינים פון דער וועלט; ענליך צו דער דיבה פון דער כיטרער נחש (בראשית ג', א') "אף כי אמר אלקים לא תאכלו מכל עץ הגן" – טאקע אזוי, האט אלקים געזאגט איר זאלט נישט עסן פון קיין שום בוים אין גן?
און חוץ דעם, פעלט ביי א סך מענטשן די ידיעה אין דעם ענין פון דעם איסור פון קבלת לשון הרע, אז דער איסור איז אפילו צו גלייבן אין הארצן, נאר מען מעג חושש זיין. און זיי ווייסן אויך נישט ווי צו פארריכטן, אויב זיי האבן עובר געווען אויף דעם איסור פון לשון הרע און רכילות.
און צוליב די דאזיגע סיבות איז דער ענין אינגאנצן צוזאמגעפאלן; ווארום ממילא האט זיך דער מענטש צוגעוואוינט צו רעדן אלעס וואס עס קומט אים אויס ארויסצולאזן פון מויל, און נישט צו באטראכטן צי עס איז אין דעם כלל פון לשון הרע. און מיר האבן זיך אזוי צוגעוואוינט צו דעם איסור, ביז אין די אויגן פון א סך מענטשן ווערט עס בכלל נישט גערעכנט פאר קיין עוון. אפילו ווען א מענטש וועט רעדן לשון הרע און איינער וועט אים פרעגן: פארוואס האסטו גערעדט לשון הרע און רכילות? – וועט ער טראכטן אין זיין הארצן אז יענער וויל אים מאכן פאר א צדיק און חסיד, און ער וועט נישט אננעמען די ווערטער פון דעם מוכיח, ווייל ער זעט אז די זאך איז הפקר ביי אלעמען.
און אלע די דאזיגע סיבות זענען ווייל עס זענען נישט צוזאמגעזאמלט געווארן אויף איין ארט אלע הלכות פון לשון הרע און רכילות, וואו עס זאלן ווערן ערקלערט זייערע פרטים און דקדוקים, נאר זיי זענען צעשפרייט אין ש"ס און פוסקים. און אפילו דער רמב"ם, פרק ז' פון הלכות דעות, און רבינו יונה אין שערי תשובה, וואס האבן אונז געמאכט א געבאנטן וועג אין דער הלכה, האבן זייער קורץ געשריבן, ווי דער דרך פון די ראשונים; און עס זענען אויך דא א סך דינים וואס זענען נישט געקומען אין זייערע ווערטער.